בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
וואל באאמטע אין ניו יארק און ניו דזשורסי מאכן די לעצטע צוגרייטונגן פאר עירלי וואטינג, וואס הייבט זיך אן אין בלויז צוויי טעג ארום
מיליאנאן מענטשען אין די ראיאן זענען ערווארטעט אנטייל צו נעמען אין די וואלן, וואו מען וועט שטימען פאר פעדעראלע, סטעיט און לאקאלא פאזיציעס.
אין ניו יארק נעמט עס אריין די גאווערנער פארמעסט, אין צוגאב צו סטעיט אטוירני דזשענערל, סטעיט קאמפטראלער, סטעיט סענאט, סטעיט אסעמבלי און נאך פילע פארמעסטן.
די דעדליין זיך צו רעגיסטרירן אין ניו יארק איז אקטאבער 24 למס', אנדערש ווי אין ניו דזשורסי וואו מען קען זיך שוין נישט רעגיסטרירן.
אין ביידע סטעיטס גייט ערלי וואטינג לויפן ביז נאוועמבער 1 למס', צוויי טעג בעפאר די אפיציעלע וואל טאג.