בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

א באריכט ערשינען דעקט אויף, אז חיזבאלא טוט מער און מער רעקרוטירן קרימינאלן אין לאטיין אמעריקא וועלכע האבן נישט קיין שום דירעקטע פארבינדונג מיט די גרופע, נאר פלאגן זיך מיט פינאנציעלע שוועריגקייטן און זענען אויפגעברויזט אויף די רעגירונג.
דאס רעקרוטירן אזעלכע סארט מענטשען האט פארשידענע בענעפיטן פאר די גרופע, צווישן דעם אז די גרופע קען לייכטער זיך אפשאקלן פון אטאקעס, דורך געבן דעם אנזען אז די אטאקעס זענען פארבינדן צו זעלבסשטענדיגע עקסטרעמיסטן ווי איידער אידעאלאגן פארבינדן צו חיזבאלא.
אין צוגאב צו דעם טוט די טעראר גרופע זיך אויף מער באנוצן מיט קרימינאלע נעטווארקס אין לאטיין אמעריקא אויפצוטרייבן געלט פאר די גרופע אנצופילן אירע קאסעס.