בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
די ניו יארק סיטי קאנסול גייט באשטעטיגן א ביל וואס גייט געבן ערשטע רעכט פאר נאן-פראפיט גרופעס אויסצוקויפן נאכגעלאזטע אפארטמענט געביידעס
די ניו יארק סיטי קאנסול איז ערווארטעט צו באשטעטיגן א ביל וואס גייט געבן ערשטע רעכט פאר נאן-פראפיט גרופעס אויסצוקויפן נאכגעלאזטע אפארטמענט געביידעס, מיט האפענונג אז אזוי וועלן די רענט פרייזן בלייבן נידריג.
די 'קאָפּע' ביל וועט צוערשט זיין גילטיג פאר ארום 2,100 בילדינגס לענגאויס די סיטי וועלכע האבן ערענסטע סעיפטי אדער פינאנציעלע פראבלעמען.
בילדינגס געדעקט אינטער 'קאפע' וועלן אייגענטומער דארפן אינפארמירן די סיטי האוזינג אגענטור בעפאר זיי פארקויפן א געביידע, און דאן וועט געגעבן ווערן 20 טעג צייט פאר נאן-פראפיט, טענענט גרופעס און ענליכע גרופעס צו לאזן הערן אויב זיי האבן אן אינטערעסע דערין.