בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

די פאליציי האט דורכגעפירט די אנפאל נאכפאלגענדיג א פראטעסט וואס א צאל בחורים האבן אפגעהאלטן ביים אריינגאנג צום שטאט, צוליב די ארעסט פון א בחור פאר'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער. די פאליציי איז געקומען צום ישיבה שוין נאכדעם וואס די פראטעסט איז פארטיג געווארן, און געשאסן שאק גראנאטן אין ריכטונג פון בחורים וועלכע זענען געשטאנען אינדרויסן. ווייניגסטענס 5 בחורים זענען פארוואונדעט געווארן פון די שאק גראנאטן, צווישן זיי אזעלכע וועלכע האבן ניטאמאל אנטייל גענומען אין די פראטעסטן.