בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
, אויב ער גייט נישט ארבייטן שווערער ציצושטעלן אינפארמאציע וואס די נייעס אגענטור טוט רעכטפארטיג פארלאנגן.
ריכטער לעט האט געזאגט פאר טראמפ'ס אדוואקאטן, אז דורכגיין די 'דיסקאווערי' פראצעדור איז טאקע א שווערע לאסט, אבער דאס איז עפעס וואס דארף געטון ווערן ווען מען געט אריין א לאסוט.
די ווארענונג פונ'ם ריכטער איז געקומען נאכדעם וואס בי-בי-סי האט זיך באקלאגט צום געריכט, אז טראמפ'ס אדוואקאטן טוען נישט צושטעלן די דאקומענטן וואס די נייעס אגענטור וויל איבערקוקן איבער די קעיס.
טראמפ האט אריין געגעבן די לאוסוט אקעגן בי-בי-סי, נאכדעם וואס ביי די לעצטע פרעזידענט וואלן האט די נייעס אגענטור געשטיקעלט זיין רעדע דורכאויס די טאג פון די קעפיטאל אומריען, פירענדיג צו באשולדיגונגן אז די נייעס אגענטור האט בייזוויליג ארויס געשניטן ווערטער אין וואס טראמפ האט גערופן צו זיינע מענטשען זיי זאלן מארשירן אויף א פרידליכע פארנעם.