בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
די יוסטיץ דיפארטמענט האט אריין געגעבן קארופציע קלאגעס אקעגן א לאנג-יעריגע דעמאקראטישע געזעצגעבער פון ווירדזשיניע
, וועלכע האט פריער אין יאר זיך ארום געאמפערט מיט די ווייסע הויז און איז געשטאנען אין שפיץ פון א רידיסטריקטינג קאמפיין אין די סטעיט.
סטעיט סענעטאר לוקעס צוזאמען מיט עטליכע משפחה מיטגלידער און מיטארבייטער, זענען געווארן אנגעקלאגט אויף געלט וואשעריי און אנדערע קלאגעס פארבינדן צו א ביזנעס וואס זי האט געהאלפן אוועק שטעלן.
לוקעס איז א מאכטפולע סטעיט סענעטאר וועלכע דינט אלץ פארזיצער פון די ווירדזשיני אַפּראָפּריעישאנס קאמיטע, און זי האט געהאלפן אויסארבייטן די דורכגעפאלענע פרואוו פון דעמאקראטן צו טוישן די קאנגרעס מאפע אין די סטעיט בעפאר די מידטורם וואלן.