בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

נארט דעקאטע סענעטאר קעווין קרעמער איז ארוסגעקומען שארף אראפ רייסן די ווערטער פון סטיוו וויטקאף צו באצייכענען דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין אלץ איינער וואס קימערט זיך מיט דאס לעבן פון אנדערע.
וויטקאף האט געלאזט פאלן די ווערטער נאכדעם וואס רוסלאנד האט באפרייט דעם 74-יעריגן אמעריקאנער סטיוו האָבּערד, וועלכע איז געזעצן אין טורמע פאר מער ווי 4 יאר צייט אויף קלאגעס אז ער האט געקעמפט אלץ געדינגענע מערדער אין מזרח אוקראינא.
דער ריפובליקאנער סענעטאר זאגט, אז ווען ער זיצט ווען אין טורמע אין רוסלאנד, וואלט ער ענדערש געוואלט דארט שטארבן ווי איידער איינער זאל אויסלויבן פוטין אין זיין נאמען.