בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
יוטיליטי קאמפאניס אין ניו יארק האבן ארויס געשטעלט א ווארענונג פאר מענטעשן זיך אכטונג צו געבן פון שווינדלער וועלכע קומען צוגעגרייט מיט אינפארמאציע וואס מאכט זיי אויסזען ווי עכטע קאמפאני פארשטייער.
איין אזא פאל איז פארגעקומען מיט א מענטש וועלכע האט ערהאלטן א רוף אז מען גייט אים אפהאקן די לעקטער, און ווען דער מענטש האט פארדעכטיגט אז ער איז א שווינדלער האט ער אים פארגעליינט זיין אקאונט נומער און די גענויע סכום געלט וואס ער איז שולדיג אויפ'ן ביל.
דער רופער האט אויך געוויסט זיין אימעיל אדרעס און אנדערע אינפארמאציע, און אזוי אים באוואויגן צו גיין צו א לאקאלא 7-11 געשעפט וואו ער האט געמאכט א 500 דאלאר קעש צאלונג.
עס איז נישט קלאר וויאזוי יענער האט געוויסט אלע אינפארמאציע, אבער ווי עקספערטן זאגן, זענען פארהאן אידענטיטעט שווידלער וועלכע פארן ארום אויף גאסן ארויס צו נעמען בריון פון פאסט אדער פון די מיסט, און דערנאך רופן זיי מענטשען באוואפענט מיט פילע דעטאלן פונ'ם מענטש.