בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
ניו יארק סיטי באאמטע האבן געגעבן נאך 40 טויזענט דאקומענטן, וועלכע ווארפן א ליכט אויף לופט קוואליטעט זארגן ביי גראונד זערא נאך די סעפטעמבער 11
דאס איז שוין די צווייטע רונדע דאוקמענטן וואס די סיטי געט ארויס, אינטער א געריכט אפמאך צו שליכטן א לאנג-יעריגע לעגאלע געפעכט איבער די לופט קוואליטעט נאך די אטאקעס. אין די דאקומענטן זעט מען, אז געזונטהייט באאמטע האבן געפונען באווייזן פון אסבעסטעס ביז כמעט 10 חדשים נאך די אטאקעס, כאטש וואס אין די עפענטליכקייט האבן רעגירונג באאמטע פארזיכערט ניו יארקער אז די לופט ארום גראונד זערא איז אין ארדענונג.