בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

די רעדע איז פון א ברייטע קאמפיין וואס די דיפארטמענט האט אינטערגענומען צו אידענטיפיצירן אויסלענדישע וועלכע פראבירן צו שטימען אדער זענען רעגיסטרירט צו שטימען.
ריכטער מארטינעז אולעגין האט געגעבן רעכט פאר אנקלעגער, וועלכע באשולדיגן אז די דיפארטמענט באנוצט זיך מיט רעקארדס און פיילס וועלכע קענען בטעות אריין כאפן נעמען פון אמעריקאנער בירגער.
די ריכטער האט געלייגט דעם אורטייל אויף האלד ביז מארגן 5 נאכמיטאג, כדי צו געבן א געלעגענהייט פאר די טראמפ אדמיניסטראציע עס צו אפאלירן.
די 9 סטעיטס אינ'ם קעיס זענען ניו יארק, קאליפארניע, קאנעטיקעט, דזשארדזשע, מיזורי, נעוואדע, פענסלוועניע, וואשינגטאן און וויסקאנסין.