בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

אין א פרישע אינטערוויו מיט אוקראינא'ס פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי, זאגט ער, אז די מיינונגס פארשידענהייט וואס ער האט מיט פרעזידענט טראמפ איז גארנישט פערזענליך.
זעלענסקי זאגט אז ער מיט טראמפ האבן נישט קיין שום פערזענליכע אמפערייען, נאר ער איז זייער קלאר ביי זיין מיינונג אז נאכגעבן פאר פוטין וועט אים בלויז שטארקער מאכן און נישט פארקערט.
ער זאגט אז פוטין האט נישט קיין שום ווילן צו ענדיגן דעם מלחמה, נאר ער איז א גוטע שפילער, און די טרויעריגע חלק דערפון איז אז ער שפילט זיך מיט דאס לעבן פון אוקראינער.