בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

זיי האבן דורכגעפירט אטאקעס אויף סאודי אראביע'ס דיפענס מיניסטעריום אין די הויפטשטא ריאד, אויף סאודי אראמקא אויל איינריכטונגן אין יאַנבּו און אויף די קינג פאַד אינטערנעשינאל לופטפעלד אין דאַמאַן.
סאודישע באאמטע האבן באשטעטיגט די אטאקע אויף די לופטפעלד, זאגענדיג אז די אטאקע האט געקאסט דאס לעבן פון צוויי מענטשען און פארוואונדעט 8, אבער די אנדערע אטאקעס האבן זיי נישט באשטעטיגט.
אין א באזונדערע אינצידענט זענען צוויי אויסלענדישע ארבייטער אומגעקומען און צוויי אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, ווען א סאודישע לופט פארטיידעגונגס סיסטעם האט אראפ געשאסן א דראון וואס האט פראבירט צו אטאקירן א פראסעסינג צענטער פון סאודי אראמקא אין שאַיבּאַ, און שטיקער ברוכווארג זענען געפאלן צו די ערד.