בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ה' לך לך פ״ז
וויצע פרעזידענט ווענס מעלדט צענדליגער ארעסטן אין אויפגעדעקטע מאסיווע פוד סטעמפס שווינדלערייען
וויצע פרעזידענט ווענס האט געמאלדן א מאסיווע נאציאנאלע קאמפיין קעגן פוד סטעמפס שווינדל, זאגנדיג אז מען האט געכאפט מער ווי פערציג פארלעצער און 42 מיליאן דאלער אין געשווינדלטע געלטער.
די אויספארשונג האט זיך אנגעהויבן סעפטעמבער 1 און עס האט אריינגענומען דרייצן אפיסעס פון פעדעראלע פראסעקיוטערס, און מען האט אויפגעדעקט די צענדליגער מיליאנען דאלארן פון פוד סטעמפס געלטער שווינדלערייען.
ווענס זאגט אז צווישן אנדערן האבן גראסעריס אין שיקאגא פשוט אויסגעליידיגט מענטשן'ס פוד סטעמפס קארטלעך, און אנדערע האבן דורך פוד סטעמפס קארטלעך גע'גנב'עט מענטשן'ס אידענטיטעטן.