בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

די אידישע געמיינדע אין אלבאניע שטייט אויס ערנסטע זיכערהייט זארגן נאכדעם וואס עקסטרעמיסטן האבן ארויסגעשטעלט מעסעדזשעס אנליין רופנדיג פאר אטאקעס קעגן אידן.
צווישן אנדערן האבן די עקסטרעמיסטן אויסגענוצט די לעצטיגע אנטי רעגירונג אומרוען צו רופן פאר אטאקעס אויף אידישע ביזנעסער, אידישע ארגאניזאציעס, און אויך קעגן די איינציגסטע אקטיווע שוהל אין גאנץ אלבאניע.
אבער דער אלבאניער הויפט רב ר' יואל קאפלאן האט אין א מעסעדזש גערופן פאר רואיגקייט, און האט געלייקנט באריכטן אז די פראטעסטירער אין די לעצטערע טעג האבן געצילט אידן.