בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ה' לך לך פ״ז

א חרדישער בחור מיט געזונט פראבלעמען איז פאראורטיילט געווארן צו זעכצן טעג אין מדינת ישראל מיליטערישע טורמע, נאכ'ן קומען צום תל השומר אפיס צו מסדר זיין זיינע גיוס פראבלעמען.
דער בחור איז געקומען צום תל השומר מיליטערישע אפיס צו באקומען א ספעציעלע ערלויבעניש זיך ארויסצודרייען פון מיליטער וועגן זיין צושטאנד, און טראץ וואס ער האט געהאט דאקומענטן דערפאר, האט די מיליטער דאס איגנארירט.
לויט די באריכטן איז די וויכטיגע מעדיצינען פאר'ן בחור געווארן בלאקירט פון אים פאר מער ווי זעכציג שעה, בעפאר זשורנאליסטן און עסקנים האבן זיך אריינגעמישט און געמאכט זיכער דער בחור באקומט די מעדיצין.