בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
גרויסע סכום געלט גע'גנב'עט פון א קאר אינדרויסן פון עווערגרין אפטאון אין פאמאנא, מאנסי
ראמאפא פאליציי פארשן א גניבה ווי א גרויסער סכום געלט איז גע'גנבעט געווארן פון א קאר פארקירט אינדרויסן פונעם עווערגרין אפטאון סופערמארקעט אין פאמאנא.
דער אייגנטומער פונעם קאר האט פארקירט פאר'ן געשעפט, און האט בטעות איבערגעלאזט א גרויסן סכום קעש אינעווייניג אינעם קאר. א פארדעכטיגטער קאר איז געזען געווארן ארומפארן אויפ'ן פארקינג לאט, פרובירנדיג צו עפענען עטליכע פארקירטע אויטאס, ביז עס איז זיי געלונגען אריינצוקומען אינעם איד'ס קאר און אפטראגן מיט'ן גאנצן סכום געלט.