בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

דער איד מחסידי חב"ד איז געווען אויף פיפטע עוועניו ביי וועסט 47 סטריט, ווען ער איז באפאלן געווארן פון אינטן דורך א פרוי וואס האט אים געשטאכן, און דערנאך אנטלאפן אראפ סיקסט עוועניו.
דער איד איז באהאנדעלט געווארן דורך הצלה מיט נישט צו ערענסטע וואונדן, און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל. פאליציי קלאסיפיצירן די אינצידענט אלץ א האסן פאברעך, און זוכן ארום נאך די שטעכער.