בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

ניו יארק גאווערנאר האקול האט אונטערגעשריבן א געזעץ וואס העכערט די יערליכע אינקאם טעקס קרעדיט וואס ווערט געגעבן פאר וואלונטיר עמורדזשענסי ריספאנדערסץ
אונטער די געזעץ קענען וואלונטירן באקומען א יערליכע אכט הונדערט דאלערדיגע טעקס קרעדיט, אנשטאט די ביז יעצטיגע צוויי הונדערט דאלער קרעדיט, און פאר פאמיליעס קען די קרעדיט אויסקומען ביז 1,600 דאלער א יאר.
די געהעכערטע טעקס קרעדיט נעמט אויך אריין הצלה מעמבערס, וואלונטיר פייערלעשער און אמבולאנס ארבעטער, און עס גייט אריין אין אפעקט אויפן נעקסטן שטייער יאר 2027.