בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
מיליאנען אמעריקאנער קריגן עמעזאן סעטלמענט טשעקס וואס געבט קרעדיט פאר טראמפ
מיליאנען אמעריקאנער באקומען אין די יעצטיגע טעג סעטלמענט טשעקס פון עמעזאן וואס פארמאגן טראמפ'ס נאמען, שטייענדיג געציילטע וואכן בעפאר די מידטוירם וואלן.
די טשעקס קומען פון א צוויי אהאלב ביליאן דאלערדיגע סעטלמענט איבער באשולדיגונגען אז עמעזאן האט אליינס איינגעשריבן קאסטומערס אלס פריים מעמבערס און האט געמאכט זייער שווער ווען מען האט עס געוואלט קענסלען.
די יעצטיגע סעטלמענט טשעקס פארמאגן אויף זיך א סטעיטמענט אז די קרעדיט פאר די טשעקס קומט זיך פאר פרעזידענט טראמפ'ס פעדעראלע טרעיד קאמיסיע, וואס פילע דעמאקראטן קריטיקירן אלס א נישט ריכטיגע שריט אזוי נאנט צו די וואלן.