בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

טייל אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן געמופט קיין אייראפע נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געווינען די וואלן אין 2024, זאגן יעצט אז זיי האבן חרטה אז זיי האבן פארלאזט אמעריקע.
צווישן אנדערן האבן געזאגט עטליכע אמעריקאנער בירגער וואס וואוינען היינט צוטאגס אין בערלין, אז זיי האבן שוועריגקייטן צו טרעפן דזשאבס, און אנדערע וואס האבן זיך געצויגן קיין ענגלאנד זאגן אז העלט קעיר איז א פראבלעם.
עטליכע אמעריקאנער בירגער וואס וואוינען אין שפאניע און סקאטלאנד האבן קריטיקירט דער פאקט אז ביזנעסער אין די צוויי לענדער מאכן זייער שווער וויכטיגע און פאסיגע באשלוסן וואס אפעקטירן לעבנס פון אנדערע.