בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
פענטאגאן באטראכט אויסצוברייטערן געהיימע שפיאנאזש נעץ צו דערגיין כינעזער עקאנאמישע סודות
דער פענטאגאן האט אנגעהויבן באטראכטן פלענער אוועקצושטעלן א ברייטערע אנדערקאווער שפיאנאזש פראגראם וואס זאל צילן אנצופירן עקאנאמישע קאמפן קעגן כינע און אנדערע אמעריקאנער קעגנערישע לענדער.
די פארגעשלאגענע אויסברייטערונג וועט פארשטארקערן די אמעריקאנער מיליטער'ס מעגליכקייטן צו זאמלען סענסיטיווע שפיאנאזש דורך אגענטן וואס וועלן ארבעטן אונטער טיפע צודעק, אריינגערעכנט אינערהאלב כינעזערא קאמפאניס.
דאס קומט אין א צייט וואס דער פענטאגאן האט אנגעהויבן מער און מער באטראכטן עקאנאמישע קאנקורענץ צווישן לענדער אלס אן ערנסטע נאציאנאלע זיכערהייט אישו, באזונדער ווען עס קומט צו כינע.