בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו האט ארויסגעשטעלט א באשולדיגונג קעגן דעם איראנער גייסטליכער פירער מודזשטאבא כומעיני, אז ער האט אנגעהויבן צוריק אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס.
נתניהו האט אנגעצייגט אז די איראנער רעזשים האט זיך געהאט פארפליכטעט נישט צו אנטוויקלען קיין נוקלעארע וואפנס, אבער אונטער מודזשטאבא האט די רעזשים באנייט אירע פרואוון צו לייגן א האנט אויף די סארט וואפנס.
נתניהו זאגט אז ער האט אנגעצייגט פאר די מדינת ישראל מיליטער, מוסד און אנדערע סעקיוריטי אגענטורן אונטערצונעמען שריט וואס דער ציל דערפון וועט זיין אומצואווארפן די איראנער רעזשים.