בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע פובליצירט מעלדונג איבער נייע מאכטפולע וואפן ביים נאמען "פאטער פון אלע באמבעס"
די איראַנער איסלאַמישע רעוואלוציאנערע גוואַרדיע האָט געמאָלדן אַז זיי גרייטן זיך אַרויסצושטעלן א נייע וואָפן וואָס זיי רופן "די טאַטע פון אַלע באָמבעס".
די מעלדונג איז געמאַכט געוואָרן דורכ'ן גוואַרדיע וואָרטזאָגער כוסעין מוכאבי, וועלכער זאָגט אַז די וואָפן וועט רעפּרעזענטירן עפּעס ניי פאַר איראַן'ס פיינט, און אַז דאָס איז אַן ענטפער צו אמעריקע'ס "מוטער פון אַלע באָמבעס" באָמבע.
מוכאבי האָט נישט אַרויסגעגעבן קיין דעטאַלן פונעם נייעם וואָפן, אַריינגערעכנט ווי מאַכטפול עס איז און וויפיל וואָג עס איז, אָבער א גוואַרדיע באַאַמטער האָט געזאָגט אַז ס'וועט דערשרעקן איראַן'ס אַלע פיינט.