בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

קוועלער זאָגן אַז פּרעזידענט טראָמפּ האָט געטוישט זיין מיינונג און שטיצט יעצט דורכצופירן א פרישע אַטאַקע אויף איראַן, נאָכ'ן קומען אונטער דרוק פון מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער נתניהו.
די טויש איז געקומען נאָכדעם וואָס טראָמפּ האָט איבערגעקוקט נייע שפּיאָנאַזש שאַצונגען וואָס זענען פּרעזענטירט געוואָרן פאַר אים דורכ'ן פאַרטיידיקונגס סעקרעטאַר פּיטער העגסעט, נאָך העגסעט'ס געשפּרעכן מיט נתניהו סוף פאָריגע וואָך.
עס איז דערווייל אָבער נאָכאַלץ נישט קלאָר צי טראָמפּ איז וויליג דורכצופירן א פרישע אַטאַקע אויף איראַן בעפאָר די מידטוירם וואַלן, אָדער וויל ער נאָך וואַרטן עטליכע וואָכן.