בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

איבער אן ערענסטע צוזאמפאל.
די געוועזענע פפייזער הויפטקווארטיר אויף איסט 42נד סטריט, וואו עס ווערט יעצט ארויף געצויגן א נייע פראיעקט, האט געשאפן אן ערענסטע שרעק פארלאפענע זומער, ווען צוויי זוילן האבן זיך אנגעפאנגן אינטערברעכן ביי די 21'סטע שטאק און עטליכע שטאקן זענען געווארן אומסטאביל.
עטליכע גאסן ארום זענען דעמאלטס עוואקואירט געווארן, ביז ארבייטער האבן דורכגעפירט ארבייט עס צו סטאביליזירן אויף צייטווייליג, און יעצט האט זיך אנגעפאנגן די ארבייט אויף א גרעסערע פראיעקט, וואס נעמט אריין דאס אינטער הייבן די געשעדיגטע שטאקן און זיי פאררעכטן.