בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
אמעריקא האט ארויס געגעבן א פארארדענונג פאר נישט-וויכטיגע אמבאסאדא איינגעשטעלט צו פארלאזן סאודי אראביע
די פארארדענונג איז געקומען צוליב די נאכאנאנדע האוטי אטאקעס אויף סאודי אראביע, וואס שאפט א ריזיקע פאר די וועלכע געפונען זיך דארט.
סטעיט דיפארטמענט באאמטע זאגן אז אמעריקא'ס העכסטע פריאריטעט איז די זיכערהייט פון איינגעשטעלטע און זייערע משפחות, דעריבער ווערן אומוויכטיגע ארבייטער אהיים גערופן כדי צו פארקלענערן די ריזיקע.