בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

א ריטייערטער ניו יארק סיטי פאליציי אפיציר איז לויט באריכטן אידענטיפיצירט געווארן אלץ דער וואס האט פאטאל דערשאסן א דרייווער אויפ'ן דזשארדזש וואשינגטאן בריק, און ער האט זיך אינטערגעגעבן פאר די פאליציי.
אין די זעלבע צייט איז דער אומגעקומענער אידענטיפיצירט געווארן אלץ קארען אירוויין פון די וועלי קאטידזש געגענט אין ראקלענד קאונטי.
אירוויין האט זיך אהיים געקערט פון א אווערטיים שיפט ביי קאנעדיסאן ווען ער איז פארמישט געווארן אין א ראוד רעידזש אינצידענט מיט'ן ריטייערטער אפיציר, וועלכע האט אין רעזולטאט געעפענט פייער אויף אים און אים אומגעברענגט.