בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
די פרישע באריכט דעקט אויף אז עס האט זיך געהאנדעלט פון צענדליגער קאמף פליגער מיט ריפיולינג פליגער, וועלכע זענען געפלויגן אויף א ראוט וואס מדינת ישראל קען נעמען אין פאל פון אן אטאקע אויף איראן, אבער אלע פליגער האבן זיך צוריק געדרייט הארט בעפאר'ן גרייכן איראנער טעריטאריע.
לויט די באריכט האט מדינת ישראל אינפארמירט אמעריקא דערוועגן פון פאראויס, און אנגעגעבן אז עס ווערט געטון אלץ דריל און צו ווייזן מאכט פאר איראן נישט אינטערצונעמען אטאקעס דורכאויס די וואלן קומענדיגע וואך.
די באריכט ציטירט אבער פון טייל אמעריקאנער קוועלער, וועלכע שפעקולירן אז די עכטע ציל פון מדינת ישראל איז געווען אז איראן זאל עפענען פייער אויף די פליגער, און דערמיט געבן אן אויסרייד פאר מדינת ישראל צו אטאקירן איראן.