בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
סענעטאר שומער פאדערט פאר אלטערנאטיווע פלענער בעפאר ווערייזאן פירט אויס איר פלאן צו ענדיגן לענדליין פאון סערוויס
סענעטאר טשאק שומער איז ארויס געקומען מיט א פאדערונג פאר אלטערנאטיווע פלענער בעפאר ווערייזאן פירט אויס איר פלאן צו ענדיגן לענדליין פאון סערוויס.
ווערייזאן האט אריין געגעבן אן אפליקאציע ביי די 'עף-סי-סי' אפצושטעלן די לאנג יעריגע לענדליין סערוויס אין ניו יארק און נאך 8 אנדערע סטעיטס.
ווערייזאן זאגט אז קאסטומערס וועלן קענען ערזעצן זייערע לענדליינס מיט סעלפאונס אדער אנדערע סארט סערוויסעס היינט פארהאן, אבער שומער זאגט אז בעפאר אזא פלאן ווערט באשטעטיגט מוז מען זיכער מאכן אז עס זענען פארהאן אלטערנאטיווע מעגליכקייטן, איבערהויפט אין פארשטיפטע געגענטער וואו סעלפאון סערוויס איז זייער שוואך.