בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
ניו יארק גאווערנער צוזאמען מיט די סטעיט פאליציי האבן געמאלדן דעם ארעסט אויף 16 קאר אינשורענס שווינדלער, וועלכע האבן אנגעדרייט עקסידענטן
ניו יארק גאווערנער האוקול צוזאמען מיט די סטעיט פאליציי האבן געמאלדן דעם ארעסט אויף 16 קאר אינשורענס שווינדלער, וועלכע האבן אנגעדרייט עקסידענטן און אזוי געפיילט פאלטשע קלעימס אין די ווערד פון 500 טויזנט דאלאר.
גאווערנער האוקול האט געמאלדן די ארעסט מיט גרויס פאמפע, זאגענדיג, אז דאס זאל דינען אלץ ווארענונג פאר אנדערע אז מען קען זיך רישן אויף נאך ארעסטן.
זי זאגט אז פאלטשע אינשורענס קלעימס אין די סטעיט האבן זיך געטריפעלט די לעצטע 5 יאר, און מענטשען זאלן וויסן אז די יעצטיגע 16 ארעסטן זענען בלויז די אנהייב.