בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
ניו דזשורסי געזעצגעבער ארבייטן אויף א ביל צו פארלאנגן יערליכע אינספעקשאנס אויף וואג מאשינען ביים ניוארק לופטפעלד
געזעצגעבער ארבייטן אויף א ביל צו פארלאנגן יערליכע אינספעקשאנס אויף וואג מאשינען ביים ניוארק לופטפעלד, נאכדעם וואס מען האט געפונען פעלערהאפטיגע מאשינען ביים לופטפעלד.
אין צוגאב צו דעם וואס די געזעץ גייט פאדערן א יערליכע אינספעקשאן, וועט עס אויך פארלאנגן אז די רעזולטאטן פונ'ם אינספעקשאן זאלן ווערן ארויס געגעבן נישט שפעטער ווי 30 טעג נאכדעם.
די געזעץ פארשלאג קומט נאכדעם וואס פריער אין יאר איז באריכטעט געווארן, אז מערערע וואג מאשינען ביים לופטפעלד זענען נישט אקוראט, אויף א פארנעם אז 27 פראצענט פון די צייט זענען די ציפערן נישט געווען אויסגעהאלטן.