בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

א קוואל אינערהאלב די ריפובליקאנער פארטיי געט איבער, אז די פארטיי האט דורכגעפירט אן אינערליכע אנקעטע וואס ווייזט אז גאווערנער האוקול'ס אויבערהאנט איבער ברוס בלעיקמאן האט זיך פארשמעלערט צו בלויז 4 פראצענט פונקטן.
לויט וויאזוי יענער זאגט פאר די פרעסע, ווייזט די 'אן מעסעדזש' אנקעטע אז האוקול שטייט ביי 50.3 פראצענט און בלעיקמאן ביי 45.9 פראצענט, א דיפערענץ פון 4.4 פונקטן.
דאס איז אין שארפן קאנטראסט צו די 'ריעל קלעיר פאליטיקס' דורכשניט, וואס שטעלט האוקול באקוועם פאראויס מיט גאנצע 12.8 פראצענט.