בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

דעמאקראטישע סטעיטס ווילן נאכגיין יוסטיץ דיפארטמענט אגענטן וועלכע גייען ווערן ארויס געשיקט לענגאויס אמעריקא צו האלטן אן אויג אויף די וואלן

די יוסטיץ דיפארטמענט פלאנט ארויס צו שיקן ארום טויזענט מאניטערס צו אלע 50 סטעיטס, א ציפער וואס דריי מאל אזויפיל ווי די לעצטע מידטורם וואלן, און די גרעסטע אזא אקציע אין היסטאריע פון די יוסטיץ דיפארטמענט.
ביי די פריימערי וואלן זענען שוין געווען סטעיטס וועלכע האבן ארויס געשיקט שאטן אגענטן נאכצוגיין די פעדעראלע אגענטן, און יעצט גייען די סטעיטס עס נאך מער אויסברייטערן, מיט מערערע אגענטן וועלכע גייען ווערן איינגעשפאנט צו האלטן אן אויג אויף די פעדעראלע אפיצירן וועלכע גייען האלטן אן אויג אויף די וואלן זעלבסט.