בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

מערערע וועב זייטלעך פון רעגירונגן, שפיטעלער שולעס אין אייראפע און אנדערע ערטער זענען געווארן אויסגעשאלטערט, צוליב די אויפדעקונג פון אן ערענסטע לאך אין די פראגראמינג שפראך וואס קען גענוצט ווערן דורך העקערס.
דעוועלאפערס פון די 'פּי-עידזש-פּי' פראגראמינג שפראך האבן ארויס געשטעלט א מעלדונג איבער צוויי לעכער וואס זיי האבן אויפגעדעקט, און זיי האבן אפאלירט צו באנוצער אז זיי זאלן וואס פריער אפדעיטן זייערע זייטלעך.
זיי האבן פארעפענטליכט אן אפדעיט, אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן רעגירונג אגענטורן און אנדערע פון פארלעשן זייערע וועב זייטלעך, וויבאלד עס זענען אריין געקומען באריכטן אז העקערס טוען עס אויסנוצן.