בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
ניו יארק סיטי האט געפארטיגט די ארבייט פון אינסטולירן רויטע לייט קאמערעס ביי 600 אינטערסעקשאנס לענגאויס די 5 באראס
, גרייכענדיג די מאקסימום ערלויבט אינטער א סטעיט געזעץ.
די קאמערעס זענען שטארק בייהילפיג פאר די סיטי דורך דעם וואס זיי טוען פאטאגראפירן קארס וועלכע פארן דורך רויטע ליכט, אן דעם וואס אפיצירן זאלן זיך געפונען אויפ'ן סצענע, און שפעטער באקומען זיי א ווייאלעישאן אויף די פאסט.
סיטי טראנספארטאציע באאמטע זאגן אז די פראגראם איז גאר סוקסעספול, אויף א פארנעם אז רויטע ליכט פארלעצונגן ביי קאמערע אינטערסעקשאנס זענען געפאלן מיט מער ווי 80 פראצענט.