בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

פּרעזידענט טראָמפּ האָט אָפּגעשטעלט אַ פּלאַנירטע מדינת ישראל מיליטערישע אַטאַקע אויף איראַן, וואָס פּרעמיער מיניסטער נתניהו האָט געוואָלט דורכפירן אָנהייב אקטאָבער.
דריי הויכראנגיקע קוועלער האָבן דערציילט אַז די מיליטער איז געווען גרייט אַטאַקירן איראַנער נוקלעאַרע איינריכטונגען, רעגירונג־צילן און ענערגיע־אינפראַסטרוקטור מיט צוויי וואָכן צוריק.
טראָמפּ האָט אָבער נישט געוואָלט ווידער אָנצינדן די מלחמה בעפאָר די אַמעריקאַנער מידטוירם־וואַלן און האָט בלאָקירט נתניהו דערפון, אָבער לויט די קוועלער בלייבט אַ שפּעטערדיגע אַטאַקע נאָך אַלץ אַ מעגליכקייט.