בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
ווי די קרעמלין זאגט איז פארהאן א רעדע אפצוהאלטן דריי-שפיציגע געשפרעכן קומענדיגע חודש למס' אין אבו דאבי, וואו מען וועט באהאנדלן וועגן צו גאראנטירן די זיכערהייט פון אוקראינא און פון רוסלאנד איינמאל די מלחמה קומט צו אן ענדע.
די מעלדונג איז געקומען נאך א זיצונג וואס סטיוו וויטקאף האט היינט געהאט מיט פוטין אין פעטערבורג, א טאג נאכדעם וואס וויטקאף האט געהאט א זיצונג אין אסלא מיט די פירער פון אוקראינא, פינלאנד און נארוועגיע.
פוטין האט אויך אויסגענוצט די היינטיגע זיצונג אנצוטראגן זיין גרייטקייט צו העלפן פארהאנדלן מיט איראן, זאגענדיג פאר וויטקאף, אז רוסלאנד'ס לאנג-יעריגע באציאונגן מיט איראן קענען זיין בייהילפיג צו גרייכן אן אפמאך.
ער האט דערביי ערווענט אז רוסלאנד קען ארויס העלפן אמעריקאנער פארמער דורך צושטעלן גרעסערע קוואנטומס פערטילייזער פאר אמעריקא.
ווי די קרעמלין זאגט ווערט אויך ווייטער באהאנדעלט דעם מעגליכקייט פון א זיצונג קומענדיגע חודש אין טשיינע צווישן טראמפ, פוטין און דזשינפינג, א זאך וואס האט נאך נישט פאסירט אין היסטאריע.