בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
לענדער, וועלכע לויפט פאר די 10'ט קאנגרעס דיסיריקט וואס נעמט אריין חלקים פון בארא פארק, דערציילט אז ער האט זיך געפונען מיט א גרופע ראַבּייס און וואלאנטירן נעבן די נחָלים געגענט, ווען מדינת ישראל טרופן זענען אנגעקומען און האבן ארעסטירט אים מיט אנדערע.
לענדער האט שארף ארינטער געריסן דעם ארעסט, שרייבענדיג אין א מעסעדזש 'די אקופאציע איז א פארברעך אינטער די אינטערנאציאנאלא געזעץ, אבער פלאנצן איילבירטן איז נישט קיין פארברעך אינטער קיין שום געזעץ'.
ווי די מדינת ישראל מענטשען רעכט גרופע 'ראַבּייס פאָר יומען רייטס' געט איבער, איז לענדער געווען צווישן 90 וואלאנטירן און אקטיוויסטן וועלכע זענען ארעסטירט געווארן ביים באגלייטן פאלעסטינער פארמער צו פלאנצן איילבירטן.
די גרופע זאגט אז וואלאנטירן פראבירן ארויס צו העלפן פארמער פלאנצן איילביערטן אויף שטחים וואו זיי האבן נישט קיין צוטריט זייט די שמיני עצרת אטאקעס.