בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
דער 74-יעריגער סטיוו האָבּערד איז פאראורטיילט געווארן צו 7 יאר טורמע, נאכ'ן פארכאפט געווארן אין מזרח אוקראינא ווען רוסלאנד האט אינוואדירט אוקראינא. רוסישע פראסעקיוטער האבן אים באשולדיגט אויף דינען אלץ קעמפער פאר אוקראינא, א זאך וואס ווערט געלייקענט דורך אים און דורך די סטעיט דיפארטמענט.
האבערד'ס באפרייאונג איז געמאלדן געווארן דורכ'ן אמעריקאנער פארשטייער סטיוו וויטקאף, אין צייט וואס וויטקאף געפונט זיך אין רוסלאנד פאר געשפרעכן מיט פרעזידענט פוטין. ביים באגעגעניש מיט פוטין האט וויטקאף זיך באדאנקט פאר די באפריייאונג, און דערביי באצייכענט פוטין אלץ א מענטש וואס קימערט זיך מיט הומאניטערישע געברויכן. וויטקאף האט זיך אויך געטראפן אין לופטפעלד מיט האבערד, און אים געזאגט אז פוטין שיקט אים גוטע וואונטשן.
פרעזידענט טראמפ האט ווארעם באגריסט די באפרייאונג, שרייבענדיג אין א מעסעדזש, אז האבערד איז באפרייט געווארן נאכדעם וואס ער האט עס פערזענליך געבעטן פון פוטין. טראמפ זאגט אז אלץ רעספעקט פאר פרעזידענט טראמפ האט רוסלאנד נישט געבעטן עפעס אין אויסטויש פאר זיין באפרייאוג, אבער עס איז קלאר אז אויב ער וואלט ארויף געשטעלט סאנקציעס אויף רוסלאנד וואלט די באפרייאונג נישט צושטאנד געקומען.