בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

דער מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער נתניהו האָט געוואָרנט אַז פרישע שפּיאָנאַזש צייגט אַז איראַן וועט מעגליך פּרובירן צו שטערן די נאַציאָנאַלע פּאַרלאַמענט וואַלן וואָס גייען פאָרקומען נעקסטע וואָך.
נתניהו זאָגט אַז טעהראַן קען אונטערשטעלן פאַרשידענע סעקיוריטי אינצידענטן וואָס דער ציל וועט זיין צו האָבן איינפלוס אויף וויילער, אָבער ער האָט נישט אידענטיפיצירט א פּונקטליכע געפאַר פון איראַן'ס מעגליכקייטן.
דער מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער האָט צוגעלייגט אַז די וואַלן זענען שטאַרק פאַרזיכערט און וויילער דאַרפן נישט זיין באַזאָרגט וועגן סיי וועלכע פאַקטישע געפאַר.