בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
אויל געשפרונגען היינט ווייטער צום העכסטן ארט פון לעצטע האלבע יאר אלס רעזולטאט פון איראנער מלחמה
אויל פּרייזן זענען געשפּרונגען צום העכסטן אָרט פון די לעצטע פינף חדשים דינסטאָג, בעפאָר'ן צוריקדרייען און פאַלן שפּעטער אין טאָג.
ברענט-קרוד האָט דערגרייכט העכער 111 דאָלער א פעסל פאַר א קורצע וויילע, און טעקסאַס אויל האָט דערגרייכט צו העכער 100 דאָלער, בעפאָר עס איז געפאַלן צו 108 דאָלער און טעקסאַס אויל צו 103 דאָלער.
די ווייטערדיגע וואוקס אין די פּרייזן פון אויל אויף גלאָבאַלע מאַרקעטס, זאָגן אינוועסטירער אַז די שולד איז די פארצויגענע מלחמה קעגן איראַן.