בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
ניו יאָרק סיטי מעיאָר זאראן מאמדאני האָט געמאָלדן א 4.8 מיליאָן דאָלער אויסברייטערונג פון די סיטי'ס פּראָגראַם צו פאַרמיידן ווילדע איבערפאַלן, וואָס וועט ארייננעמען בושוויק אין ברוקלין, האַרלעם און וואַשינגטאָן הייטס-אינוואוד אין מאַנהעטן. יעדע פון די דריי געגנטער וועט באַקומען 1.6 מיליאָן דאָלער צו שטיצן לאָקאַלע אָרגאַניזאַציעס און ספעציעל טרענירטע אַרבעטער, וועלכע וועלן אַרבעטן צו פאַרמיידן שיסערייען און גאַסן אומרוען דורך זיך אַריינמישן אין קאָנפליקטן בעפאָר עס ווערט ערגער.
דער פּראָגראַם וועט אויך צושטעלן הילף מיט דזשאבס, עדזשוקעישאן און גייסטישע געזונטהייט סערוויסעס, און די מעיאָר'ס אָפיס זאָגט אַז די דריי געגנטער זענען אויסגעקליבן געוואָרן באַזירט אויף פאַרברעכן ציפערן און די פאָדערונג פאַר נאָך סערוויסעס.