בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ד' לך לך פ״ז
ניו יארק סיטי האט געמאלדן א גאר שטארקע אויסברייטערונג פון איר 2-קעי פראגראם, אריין צו נעמען א פרישע 10 טויזנט זיצן
די פראגראם, וואס שטעלט צו טשיילד-קעיר פאר צוויי יעריגע, איז אריגינעל געעפענט געווארן מיט נישט מער ווי 2 טויזנט זיצן, און געצויגן צו זיך פיל מער אפליקאציעס ווי דעם. מעיאר מאמדאני זאגט, אז די פראגראם גייט שפארן א דורכשניט פון 26 טויזנט דאלאר פער קינד, א גאר שטארקע הילף פאר משפחות וואו די עלטערן ארבייטן און זיי קענען זיך נישט ערלויבן טשיילד קעיר.