בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ד' לך לך פ״ז

אין צייט וואס מערערע באריכטן געבן אן אז וואשינגטאן איז גענויגט אין ריכטונג פון אינטערנעמען באנייטע אטאקעס אקעגן איראן, איז ערשינען א פרישע באריכט וואס געט אן אז מדינת ישראל קאמף פליגער זענען געפלויגן דעם נאכט אין ריכטונג פון איראן אלץ טייל פון א דריל.
לויט די באריכט זענען די מדינת ישראל פליגער דורכגעפלויגן העכער סיריע און איראק ביז נאנט צו איראן, און זיך שפעטער צוריק געדרייט.
אין די זעלבע צייט זענען ערשינען באריכטן אז פרעזידענט טראמפ מיט נתניהו זענען פארמישט אין ערענסטע דיסקוסיעס איבער באנייען געמיינזאמע אטאקעס אקעגן איראן.
איין אראבישע דיפלאמאטישע קוואל זאגט, אז לויט זיין מיינונג איז פארהאן אן ערענסטע מעגליכקייט אז אמעריקא מיט מדינת ישראל וועלן באנייען זייערע אטאקעס הארט נאך די מידטורם וואלן.