בולעטין
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' לך לך פ״ז
בריטישע קאנטער טעראריזעם קרעפטן האבן צוריק געשטעלט אינטער ארעסט צווויי פארשוינען אין פארבינדונג מיט די טראר פלאן אויפגעדעקט ביי די פעירפארד עיר פארס באזע גענוצט דורך די אמעריקאנער מיליטער פאר אטאקעס אקעגן איראן. איינער פון זיי איז א 24-יעריגער בריטישער בירגער, און דער צווייטער איז א 25-יעריגער וועלכע פארמאגט סיי בריטישע און סיי איראנער בירגערשאפט.
ביידע פון זיי זענען ביז יעצט געווען אינדרויסן אויף בעיל, אזויווי א מערהייט פון אלע וועלכע זענען ארעסטירט געווארן הארט נאך די אינצידענט.
אין די זעלבע צייט זאגן בריטישע אויספארשער, אז כאטש וואס די אויספארשונג איז נאך זייער ווייט פון פארטיג, ווערט מער און מער קלאר אז עס רעדט זיך ווארשיינליך פון אן אינצידענט אין וואס איראן האט געשפילט א ראלע.