בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' לך לך פ״ז
צוויי פאסט ארבייטער פון ברוקלין זענען געווארן אנגעקלאגט פאר'ן גנב'נען טשעקס וואס זיי האבן געדארפט דעליווערן
איינער פון די צוויי ווערט באשולדיגט אויף גנב'נען 4 באזונדערע טשעקס, וואס ער האט אריין געלייגט אין זיין פריוואטע אקאונט צו נוצן פאר זיינע געברויכן, און דער אנדערער ווערט בשולדיגט אויף גנב'נען 7 באזונדערע טשעקס.
ביידע פון זיי זענען געווארן אנגעקלאגט אויף עטליכע קלאגעס, און שטייען יעצט אויס א פראצעס מיט די לעגאלע קאנסעקווענצן דערפון.