בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ג' לך לך פ״ז

פראנצויזישע באאמטע באריכטן מיט צופרידענהייט אז נאכט קורפיוס אין אומריען-געפלאגטע געגענטער אינערהאלב גרויסע שטעט האבן געהאלפן צוריק ברענגן רואיגקייט נאך די שרעקליכע ראיאטן וואס זענען פארגעקומען, אבער אין די זעלבע צייט דרוקן זיי אויס זארג איבער פרישע פראטעסטן געפלאנט אין די קומענדיגע טעג.
זיי זאגן אז זיי האבן זיך געלערענט לעקציעס פון די ראיאטן וואס זענען פארגעקומען אין די גרויסע שטעט, און זיי זענען פיל בעסער צוגעגרייט צו די געפלאנטע פרישע פראטעסטן, מיט האפענונג אז מען וועט נישט זען אן איבערשפיל פון די שוידערליכע איבערקערענישן וואס זענען דעמאלטס פארגעקומען.
זייערע ווערטער קומען אין צייט וואס א צאל מענטשען האבן אנגעפאנגן ארויס קומען אויף די גאסן אויך אין אנדערע לענדער, אריין גערעכענט איטאליע און אלבעניע.