בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' לך לך פ״ז
א ווארענונג איז געווארן ארויס געשטעלט פאר אידן אין ניו יארק סיטי, זיך אכטונג צו געבן פון מענטשען וועלכע גייען ארום פרעגן מאדנע פראגן
צוליב א פארמערונג פון עלעמענטן וועלכע שטעלן פראגן צו רעקארדירן די ענטפערס און עס פארשפרייטן אויף סאשעל מידיא.
די רעדע איז פון פארשוינען וועלכע גייען ארום פרעגן אומבאקוועמע אדער פראוואצירענדע פראגעס, מיט א ציל צו באקומען א רעאקציע פונ'ם מענטש, און אזוי האבן א גוט שטיקל סחורה צו פארשפרייטן.
זייער אפט באמערקט מען נישט אז זיי רעקארדירן דעם אויסטויש, דעריבער איז וויכטיג פאר מענטשען צו זיין געווארענט, און זיך ארויס דרייען פון ענטפערן ווען א פרעמדער שטעלט זיי אפ פרעגן אומבאקוועמע אדער מאדנע פראגן.