בולעטין
נייעס
וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען.
ג' לך לך פ״ז
צפון קארעא רעזשים פובליצירט בילדער פון פירער קים יאנג אן אינמיטן שמועות אז ער איז געשטארבן
צפון קארעא האט ארויסגעשטעלט נייע בילדער וואס צייגן וויאזוי דער פירער קים יאנג אן באזוכט א קינדער שיך געשעפט און א פרויען קליידער געשעפט.
די בילדער זענען געווען געצילט אוועקצומאכן און לייקענען די פארשידענע שמועות און שפעקולאציעס אז דער 42 יעריגער דיקטאטור איז געשטארבן פון א מח שטורץ.
לויט די שמועות איז קים געשטארבן און זיין שוועסטער האט איברגענומען די לייצעס אלס נייער פירער, אבער די בילדער דארפן זיין א לעבנס צייכן, צו לייקענען די באריכטן, און צייגן אז קים לעבט.