בולעטין

נייעס

וואס גייט פאר? אן איבערזיכט אויף דער גלאבאלער אידישער ארענע; באשפרינקלט מיט די לעצטע סענזאציעס און היימישע פאסירונגען. 

ב' לך לך פ״ז

בריטישע פאליציי האבן ארעסטירט א 33 יעריגער מאן נאכדעם וואס דריי אידישע פרויען זענען אטאקירט געווארן אין דער העקני געגנט אין לאנדאן.
די אטאקעס האבן פאסירט נעבן קלעפטאן קאמאן און וואלונטירן פון שומרים האבן רעאגירט, אנהאלטנדיג דעם פארשוין ביז די פאליציי איז אנגעקומען און ארעסטירט יענעם.
שומרים זאגט אז צווישן די פרויען וואס זענען אטאקירט געווארן איז געווען א מאמע וואס האט געהאלטן אינמיטן שטופן א קערידזש מיט א בעיבי אינעווייניג, און אלע דריי פרויען האבן געליטן לייכטע וואונדן.